Categories
Audio Posts and Shared Links Audio Sources - Full Text Articles

Tidbits: Birders gather in southern Israel • Jews plant palm trees in Medina, Saudi Arabia

Listen to this article

Red-breasted_Goose_Branta_ruficollis_RWD

Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!

If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.

Listen to the report here:

הערט דעם באַריכט אויף אוידיאָ דאָ:

מער ווי 150 מענטשן פֿון קאָלומביע, קאַזאַכסטאַן, בולגאַריע, פֿינלאַנד און דעם גרויסן קיניגרײַך זענען די וואָך געקומען קיין ישׂראל, כּדי זיך צו באַטייליקן אין אַ פֿאַרמעסט צו געפֿינען און פֿאָטאָגראַפֿירן וויפֿל מינים פֿייגל זיי קענען במשך פֿון אַ מעת־לעת.

די הײַיאָריקע געווינערס זענען קליל צײַטלין מיט זײַן ברודער אַסף און טאַטן אַבֿנר, וואָס האָבן געפֿונען 181 מינים.

דער ציל פֿון די יערלעכע פֿאַרמעסטן איז צו זאַמלען געלט צו באַשיצן די מינים פֿייגל וואָס זענען אין סכּנה פֿון אונטערגאַנג צוליב אומלעגאַלע געיעגן נאָך זיי. הײַיאָר האָבן די קאָנקורענטן געזאַמלט מער ווי $35,000 צו באַשיצן דעם גאַנדז מיט אַ רויט העלדזל  — אַ זעלטענעם מין פֿויגל וואָס מיגרירט יעדן האַרבסט פֿון דער טונדרע אין צפֿון רוסלאַנד ביז קאַזאַכסטאַן און דערנאָך בולגאַריע.

צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

To read the news in English, click here.

ווי אַ סימן פֿון צווישן־רעליגיעזער פֿרײַנדשאַפֿט האָט אַן ערדאַרבעטער אין מעדינאַ — אַ הייליקע שטאָט בײַ די מוסולמענער — פֿאַרבעטן אַ גרופּע בריטישע ייִדן, קריסטן און מוסולמענער דאָרט צו פֿאַרפֿלאַנצן טייטלביימער.

ביז פֿינעף יאָר צוריק האָט סאַודיע פֿאַרווערט נישט־מוסולמענער צו זײַן אין מעדינאַ.

צווישן די געסט פֿון ענגלאַנד זענען געווען עטלעכע אָנגעזעענע געשעפֿטסלײַט און פֿילאַנטראָפּן, אַ געשיכטע־פּראָפֿעסאָר און פֿאָרשער פֿון קיימברידזש־אוניווערסיטעט.

איידער איסלאַם האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין מעדינאַ אין יאָר 622 האָבן אין דער שטאָט געווינט אַ סך ייִדן, צווישן זיי — אייגנטימער פֿון טייטלבוים־סעדער.

צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

To read the news in English, click here.

The post Tidbits: Birders gather in southern Israel • Jews plant palm trees in Medina, Saudi Arabia appeared first on The Forward.

WP Radio
WP Radio
OFFLINE LIVE